1. דער מוח-סטעם איז טויט

2. קארניא נדבה

3. מנדב זיין צו ניט-אידן

4. עין הרע

5. גוסס

6. די רפואה געבערס באנוצן לרעה

7. איז מנדב זיין א גליד א מצוה?

8. דער מצב אין ארץ ישראל

9. אנדערע רעליגיעס

10. באצאלן פאר גלידער

11. תחיית המתים

12. זאל איך מנדב זיין?

13. ווער איז ווער?

 

דער מוח-סטעם איז טויט


רבנים וואס זענען אנטקעגן גלידער-נדבה טוען עס ניט צוליב דעם וואס דער גוף דארף זיין באגראבן גאנץ.  זיי זענען אנטקעגן דעם ווייל געוויינלעך זענען גלידער גענומען געווארן פון א מענטש וועמענס מוח-סטעם איז טויט אבער וועמענס הארץ קלאפט נאך מיטן הילף פון א ווענטילאטור.  די רבנים האלטן אז א קלאפענדיקן הארץ איז א צייכן פון לעבן און דערפאר איז מנדב זיין גלידער אין אזא מאמענט הייסט הרג'ענען דעם נדבן.  דער שאלה איז אבער צו איינער מיט א טויטן מוח-סטעם הייסט לעבעדיק אדער טויט .

 

דער קארטל פון גלידער נדבה פון הוד סאסיאטי איז איינציק ווייל עס ערלויבט די מנדבים צו אויסקלייבן צו מנדב זיין זייערע גלידער ביים טויט פון מוח-סטעם אדער נאר נאכדעם וואס די הארץ הערט אויף קלאפן .

 

אסאך רבנים נעמען אן אז ווען די מוח-סטעם איז טויט איז דער מענטש א טויטער און שטיצן די גלידער נדבות אפילו אויב די הארץ קלאפט נאך.  דא זענען עטלעכע פון זיי :

פריערדיקער הויפט רב פון ארץ ישראל עובדי' יוסף

פריערדיקער הויפט רב פון ארץ ישראל מרדכי אליהו

פריערדיקער הויפט רב פון ארץ ישראל אברהם שאפירו ז"ל l

הויפט רב פון ארץ ישראל שלמה אמאר

הויפט רב פון נתני' דוד שלוש

פריערדיקער דיין פון שר הרבנות שאול ישראל ז"ל

הרב זלמן נחמי' גולדברג

הרב משה טענדלער

       

הרב משה פיינשטיין

  הרב משה פיינשטיין האט אויך אנגענומען אז ווען די מוח-סטעם איז טויט איז דער מענטש טויט על פי הלכה אפילו אויב דעם מענטשן'ס הארץ קלאפט נאך.  אן אנדער וועג צו ערקלערן דעם מיינונג פון הרב משה פיינשטיין איז אז דער מענטש וואס איז אומבאוואוסטזיניקייט צוזאמען מיטן אומענדערליך אויפהער פון אטעם (באשטעטיקט דורך טויט פון מוח-סטעם) איז טויט.  ער האט געשריבן זיין מיינונג אין אגרות משה, אין זיין בריוו צו דר.  בונדי און אין זיין בריוו צו דר.  פראנק ווייט (דזאמא ארטיקל, דף 1654 ).

עס זענען פאראן די וואס זאגן אז זיינע פסקים אין אגרות משה שטיצן ניט דעם ענין פון דער טויט פון מוח.  אבער אין צוגאב צו זיינע כתבים, יעדער מענטש וואס האט גערעדט מיט הרב משה פיינשטיין וועגן דעם ענין זענען מודה אז ער - הרב פיינשטיין - האט אנגענומען אז דער טויט פון מוח-סטעם איז טויט.  פון די אלע וואס האבן גערעדט מיט הרב משה פיינשטיין וועגן דעם ענין האט קיין איינער ניט געזאגט אז הרב משה האט אפגעווארפן די טויט פון מוח-סטעם.  אלע צווייפלונגען בנוגע זיין מיינונג איז ארויפגעקומען נאר נאך זיין פטירה .

 

די פאלגענדע זענען פון די מענטשן וואס האבן גערעדט מיט הרב משה פיינשטיין וועגן דעם ענין און האבן עדות געזאגט אז ער האט באשטעטיקט אז די טויט פון מוח-סטעם הייסט טויט על פי הלכה און אז ער האט ניט געקוקט אויף א קלאפענדיקן הארץ אלץ א צייכן פון לעבן: זיין זון הרב דוד פיינשטיין, זיין אייניקל הרב שבתי רפפורט, זיין איידים הרב משה טענדלער, זיין אייניקל הרב מרדכי טענדלער, דר.  פראנק ווייטה, דר.  אירא גרייפער, און דר.  סעם קונץ .

 

עס איז וויכטיק צו ווערן זייער באקאנט מיט דעם וויכוח וועגן דער טויט פון מוח-סטעם ווייל קריטישע גלידער אזוי ווי די הארץ און לונגען קענען ווערן גענוצט נאר ווען זיי ווערן גענומען ביים טויט פון די מוח-סטעם.  צו נוצן גלידער נאך דעם וואס די הארץ קלאפט שוין מער ניט איז זייער א מעדיצינישע אנשטרענגונג.

גיי צוריק אויבן

 

א סאך טעכנישע אויסדריקן ווערן גענוצט ביי די דאקטוירים און געוויינטליכע פערזאנען וואס זענען ניט גרונטיק פארשטאנען: טויט פון א מענטשן, טויט פון א גליד, טויט פון מוח, טויט פון מוח-סטעם, קאמע, טיפן קאמע, "פורסיסטענט וועג'יטייטיוו" אומשטאנד, און קליניקל טויט.  אט איז א קורצער באשרייבונג פאר עטלעכע פון די אויסדריקן .

 

טויט פון א מענטש: די הויפט שאלה אין דעם וויכוח איז 'ווען הייסט א מענטש טויט?' איז א מענטש טויט ווען דער נשמה פארלאזט דעם גוף, ווען דער גוף גייט פארנאנדער, ווען די הארץ הערט אויף קלאפן, ווען דאס עטעמען האט זיך אומענדערליך אויפגעהערט? א גליד-שאפט -- דאס הייסט: א מענטש -- קען זיין טויט, אבער דער גליד-שאפט'ס הארץ, נירן, לעבער, און אנדערע גלידער קענען בלייבן לעבן פאר נאך א וויילע.  ווען פונקטליך קען מען אנרופן דעם גליד-שאפט 'טויט '?

 

טויט פון א גליד: א גליד קען אויפהערן ארבעטן, אבער זיינע "סעלז" קענען בלייבן לעבן און צוביסלאכווייז שטארבן - ענדליך וועט עס טאקע שטארבן.  ווען פונקטליך קען מען רעכענען אז דער גליד איז 'טויט '?

 

טויט פון מוח: דער מוח באשטייט פון דעם קארטעקס (דער גרעסערער חלק פון מוח) און דעם מוח-סטעם.  דעם אויסדריק אז דער מוח איז טויט ווערט א סאך מאל גענוצט אין אן אלגעמיינער אופן.  א מענטש ווערט אנגערופן "מוח-טויט" ווען דעם קארטעקס און דער מוח-סטעם הערן אויף צו ארבעטן .

 

טויט פון מוח-סטעם: דאס טרעפט ווען דער מוח-סטעם איז טויט, און דאס טוט אנדייטן אז אויך דעם קארטעקס איז געשטארבן.  לפי די געזעצן פון יונייטיד סטייטס און ארץ ישראל, גלידער ווערן גענומען נאר פון מענטשן וואס הייסן טויט צוליב דעם טויט פון מוח-סטעם.  דאס מיינט אז דער מוח פונקציאנירט מער ניט - אז זיי זענען אומבאוואוסטזיניק און אומבאלעבט .

 

דער מוח-סטעם קאנטראלירט דאס אטעם, און דערביי דאס פארזארגונג פון אקסידזן צום קערפער.  אן אקסידזן קען די הארץ אנגיין קלאפן נאר מיט דער הילף פון א מעכאנישע רעספיראטור וואס פאמפעט בלוט איבעראל אין דעם קערפער.  בלוט טראגט דער אקסידזן וואס איז נויטיק צו האלטן לעבעדיק דעם מענטשן'ס גלידער כאטש אפילו אז דער מוח-סטעם איז טויט.  (סוף כל סוף, אפילו מיטן באנוצן פון א ווענטילאטור, די הארץ וועט אויפהערן קלאפן.) דער טויט פון מוח-סטעם איז ווערן באשריבן מיט מער פרטים שפעטער - פון א מעדיצינישער, הלכה'דיק, און לעגאלער שטאנדפונקט .

 

קאמע, טיפן קאמע, "פורסיסטענט וועג'יטייטיוו" אומשטאנד: די טערמען אנדייטן אז די קארטעקס ארבעט ניט אפילו אויב דער מוח-סטעם ארבעט יא, און דער קראנקער קען נאך אפשר אטעמען פון זיך אליין.  טיפן קאמע און "פורסיסטענט וועג'יטייטיוו" אומשטאנד מיינען אז דער מצב קען זיך ניט פארבעסערן און קען זיך ניט ענדערן.  מענטשן אפט מאל פארבייטן "פורסיסטענט וועג'יטייטיוו" אומשטאנד מיט דער טויט פון מוח-סטעם, אבער זיי זענען ניט דאס זעלבע.  גלידער זענען קיין מאל ניט גענומען געווארן פון קראנקע וועלכע זענען אין א קאמע אדער "פורסיסטענט וועג'יטייטיוו" אומשטאנד .

 

קליניקל טויט: דאס איז געוויינלעך געזאגט געווארן צו באשרייבן איינער וואס זיין הארץ האט אויפגעהערט קלאפן אבער וועמען מען קען נאך אלץ אויפמינטערן.  פון צייט צו צייט הערט מען מעשיות פון מענטשן וואס זענען געווען 'קליניקלי' טויט אבער זענען אויפגעמינטערט געווארן. 

 

א מער פרטיות'דיקע קוק וועגן דעם טויט פון מוח-סטעם


מעדיצינישע שטאנדפונקט: דער מוח-סטעם קאנטראלירט 12 ניוראלאדזיקול פונקציאנירן, דער מערסט-וויכטיקסטע איז דאס עטעמען.  א מענטש וואס באקומט א שטארקן קלאפ צום קאפ וועט געוויינלעך טרעפן אז דער מוח ווערט אנגעשוואלן.  צוליב צוגעגעבענע אינווייניקע דריקונג אין קאפ-ביין, דער בלוט-פליסונג אין דעם קרייניאם ווערט פארשטאפט.  דאס ברענגט צו אז דער אקסידשן ווערט אפגעהאלטן.  די "סעלס" פון מוח, זיינענדיק זייער באווירקט פון א פארלוס פון אקסידשן, פאנגן אן צו שטארבן.  ווען דער מוח איז טויט, דער קראנקער הערט אויף צו עטעמען, און ער אדער זי שטארבט .

 

א מוח-סטעם וואס פונקציאנירט ניט האט אמאל געהייסן דעם טויט פון קערפער און זיינע גלידער, ווייל די הארץ הערט אויף צו פומפען ווען עס באקומט ניט דער אקסידשן וואס דארף ווערן געבראכט צו אלע גלידער דורך עטעמען.  אז מען האט אויסגעטראכט דעם מיכאנישאר רעספיראטור, איז יעמלט געווארן מעגלאך צו אריינגעבן אקסידשן אין בלוט און צו האלטן די הארץ און אנדערע גלידער לעבעדיק פאר עטלעכע טעג אדער אפילו וואכן .

 

קיינער האט זיך אמאל 'אויפגעכאפט' פון טויט פון מוח-סטעם.  עס איז אוממעגלאך צוריקצוברענגן א מענטש וואס זיין מוח-סטעם איז טויט.  אפילו מיט א רעספיראטור וועט די הארץ, סוף כל סוף, אויפהערן קלאפן און דערנאך וועט אלעס פארנאנדערפאלן.  מען קען ניט צוריקברענגן פון טויט פון מוח-סטעם ווייל פון אנפאנג פון טויט פון מוח-סטעם הויבט אן דער מוח צו ווערן פליסיג. 

קליקט דא צו אויסלערנען מער וועגן די מעדיצינישע שטאנדפונקטן פון טויט פון מוח-סטעם .

 

לעגאל און מעדיצינישע שטאנדפונקט: דער מערהייט פון לענדער אין דער וועלט, און אלע 50 סטייטס פון יו.עס., נעמען אן דעם 1968 הארוואורד יוניווערסיטי מעדיקאל סקול קריטעריע פון טויט פון מוח-סטעם אלץ דעם באשטימטן מאמענט פון שטארבן .

 

הלכה'דיקע שטאנדפונקט: דעם צענטראלע שאלה אין הלכה איז אויב דאס אידישע הלכה רעכענט א מענטש וואס זיין מוח-סטעם איז טויט - וועמענס הארץ קלאפט נאך נוצנדיק א מעכאנישע ["געמאכטע"] רעספיראטור - א טויטער אדער א לעבעדיקער.  אויב הלכה האלט אז דער מענטש איז 'לעבעדיק', איז יעמלט אוועקנעמען גלידער וואלט געווען פארבאטן ווייל דאס הייסט 'הרג'ענען' דעם מענטש .

 

עטעמען אנטקעגן קלאפן: עס איז פאראן א מחלקות אין תלמוד בבלי וועגן דעם באשטימונג פון טויט.  איין מיינונג איז אז טויט איז באשטימט ווען עס איז אוממעגלאך צו צוריקברענגן דעם פארלארענעם אטעם.  דער אנדער מיינונג איז אז טויט איז באשטימט ווען עס איז אוממעגלאך צו צוריקברענגן דאס פארלארענעם הארץ-קלאפן.  [מסכת יומא, דף פ"ה ע"א]

פארשידענע נסחאות

 איידער מיר דיסקוטירן דער מחלוקת איז עס וויכטיק צו באמערקן אז עס זענען פאראן פארשידענע נסחאות צו דער גמרא .

 

דער יסוד פון דער וויכוח וועגן טויט פון מוח-סטעם איז דער מחלוקת אין תלמוד בבלי אין מסכת יומא [פ"ה ע"א] צי [מען איז בודק צו א מענטש איז געשטארבן] ביים נאז אדער ביים הארץ.  דער תלמוד ירושלמי [וואס איז געשריבן געווארן פארן תלמוד בבלי] שרייבט דאס ווארט טיבורו ("נייוול"] אנשטאט לב-הארץ.   (דאס מיינט: אז ווען עס איז אוממעגלאך צו צוריקברענגן דעם פארלארענעם אטעם איז דאס דער איינציקער סימן פון טויט.  דער מחלוקת איז נאר צי וואס איז דער בעסטער באווייז אויף דעם - צי דער נאז אדער דאס רוקן פון דיאפראם).  דער נוסח איז ניט נאר לויט דעם תלמוד ירושלמי .

 

אין דער תלמוד בבלי וואס די פוסקים - ווי דער רא"ש, ריף, רמב"ן, דער ילקוט שמעוני - האבן געהאט (און אסאך אנדערע מאנוסקריפטן וואס זענען געפונען געווארן אין מוזיאמס אין לאנדאן און גערמיע) שטייט ביי דער מחלוקת דער ווארט טיבורו ("נייוול") און ניט לב-הארץ.  עס זעט זיך אויס אז נאר אין דער מאנוסקריפט פון רש"י איז געשטאנען דעם ווארט "הארץ" און דער דרוקער האט פארביטן דעם ווארט טיבורו ("נייוול") מיטן ווארט לב-"הארץ" אין דער גמרא בכדי צו צופאסטן דער גמרא צו רש"י'ס ווערטער.  (דאס איז באשיינפערלאך אנגעוויזן מיט דעם וואס די דברי המתחיל פון רש"י איז ניט מיט דעם זעלבן סדר ווי דער נוסח פון אונזער גמרא.)

 

נאך מער, מען זעט דעם "מהלך המחשבה" פון גמרא וואס שטעלט צו און פארגלייכט דער מחלוקת (פון מיתה) צו דער מחלוקת וועגן דעם בויען פון געשטאלט פון אן עובר צו עס הויבט זיך אן ביים קאפ אדער ביים "נייוול".  פון דעם צושטעלונג וואלט געווען מער פארשטאנדיק אז דאס אריגינאלן טעקסט וואס וויל באשטעטיגען וואס הייסט טויט זאל זיין צווישן נאז און "נייוול" און ניט נאז און הארץ.  ניט קוקנדיק אויב עס זענען פאראן הלכה'דיקע צעצווייגונגען צוליב פארשידענע נוסחאות (דער חזון איש זאגט אז פארשידענע טעקסטן שפילן ניט קיין ראלע ווייל דער אויבערשטער האט געוואלט אז מען זאל האבן דעם טעקסט וואס מיר האבן אבער דער גר"א האלט אנדערש), דער הוד סאסייעטי האט פארהאלטן א פראפעסאר פון תלמוד'יק מאנוסקריפטן אין היברו יוניווערסיטי צו נאכקוקן דעם ענין און מיר וועלן דאס פארשרייבן גלייך ווען עס איז געענדיקט .

 

דער מחלוקת

דער גמרא דיסקוסירט דער מצב ווען א מענטש ווערט באגראבן ביים איינפאלן פון א בנין אויף שבת.  געוויינלאך איז פארבאטן צו גראבן אויף שבת, אבער אוודאי, פאר פיקוח נפש, איז ניט נאר מען מעג, נאר מען דארף.  אויב מען געפינט דער מענטש איז אומבאוואוסטזיניק, ליגנדיק אומבאלעבט, דארף מען באשטימען אויב ער איז טויט אדער לעבעדיק.  אויב לעבעדיק, דארף מען אנגיין מיטן גראבן כדי אים צו באפרייען.  אויב טויט, דארף מען אים לאזן דארט און אויפהערן צו גראבן.  מען וועט זיך פרנעמען מיטן קערפער נאר נאך שבת.   דער מחלוקת איז צו דאס קלאפן פון הארץ אדער דאס עטעמונג איז דער צייכן פון לעבן.  פון גמרא קוקט אויס אז אויב עס איז ניטא קיין אטעם אין אן אומבאוואוסטזיניק, ליגנדיק אומבאלעבט מענטש איז דאס טויט.  דער שלחן ערוך און דער רמב"ם אויך פסק'ענען אזוי.  אבער, עס זענען פאראן רבנים וואס טייטשן אויס דער גמרא אנדערש און שפארן זיך איין אז א הארץ וואס קלאפט איז א קלארע צייכן פון לעבן .

 

עטעמען

עס זענען פאראן צוויי מיטלען צו באשטימען אויב דאס אויפהער פון עטעמען קען זיך ניט צוריקקומען.  אויב נאך פראבירן סי.פי.אר. און אנדערע מיטלען פון אויפלעבן האט דאס עטעמען זיך ניט אומגעקערט נאך א געוויסער צייט ווערט באשטימט אז עס וועט קיין מאל ניט קענען צו צוריקקומען.  אין צוגאב, מאדערנע מעדיצין האט אויפגעקלערט אז דער מוח-סטעם קאנטראלירט דאס אטעם, און אויב דער מוח-סטעם ארבעט ניט און עס שטארבט, א מענטש קען קיינמאל ניט עטעמען פון זיך אליין.  [מענטשן וועקן זיך אויף פון א קאמע ווייל אומבאוואוסטזיניקע מענטשן האבן א מוח-סטעם וואס ארבעט און עטעמען פון זיך אליין.  קיין מאל ניט אין צייט פון מאדערנע מעדיצין איז געווען א פאל אז א מענטש מיט א טויט מוח-סטעם זאל זיך 'אויפוועקן'.]

 

די רבנים וואס האלטן אז דאס אומענדערליכן אויפהער פון אטעמען פון זיך אליין הייסט טויט, אפילו ווען דאס הארץ קלאפט זענען: הרב משה פיינשטיין, הרב דוד פיינשטיין, הרב משה טענדלער, הרב גדלי' שווארץ, אב בית דין פון דער ראביניקול קאונסיל אוו אמעריקא און הרב יוסף דוב סאלעווייטשיק.  [עס איז פאראן א דינגעניש וועגן דעם רב'ס פאזיציע.  עס זענען פאראן תלמידים און משפחה מענטשן וואס זאגן אז ער האט ניט אנגעומען דאס טויט פון מוח-סטעם.  עס זעט זיך אויס, אבער, אז זיי זאגן עדות אז זיי האבן קיינמאל ניט געהערט פון דער רב אז ער זאל אננעמען אז דער טויט פון מוח-סטעם הייסט טויט.  אבער ניט אז זיי האבן געהערט אז דער רב האט דאס בדוקא אפגעשלאגן.  אויך, וויבאלד דער ראביניקול קאונסיל אוו אמעריקא האט שטענדיק אנגענומען די פסקים פון הרב סאלאווייטשיק, האט הרב בינימין וואלפיש, דער פריערדיקער עקזעקיוטיוו דירעקטאר פון דער ראביניקול קאונסיל אוו אמעריקא, עדות געזאגט אז ער האט געפרעגט דער רב וועגן טויט פון מוח-סטעם און ער האט קלאר געהערט ווי הרב סאלאווייטשיק האט דאס אנגענומען.  דער הסכמה איז דער גרונט פון דער ראביניקול קאונסיל אוו אמעריקא'ס רעזאלוציע אין 1991 אנצונעמען טויט פון מוח-סטעם און צו אדאפטירן דער ראביניקול קאונסיל אוו אמעריקא'ס "לעבעדיקע צוואה".]; הרב דר.אברהם שטיינבערג, הרב שלמה זלמן אויערבאך [עס זענען די וואס צווייפלען צו דאס איז דער דעה פון הרב אויערבאך, אבער הרב אברהם שטיינבערג זאגט עדות אז ער אליין האט געהערט דער דעה פון הרב אויערבאך נאך דער אויספרואוו מיט די שעפסן, און האט פארשריבן זיין פסק פאר אים], הרב שלמה אווינאר, הויפט רב פון בית א-ל, רב שאול ישראלי, פריערדיקער מיטגליד דיין פון דער בית דין הגדול פון ירושלים, פריערדיקער ספרד'ישער רב הראשי פון ארץ ישראל הרב מרדכי אליהו, פריערדיקער אשכנזי רב הראשי פון ארץ ישראל אברהם שאפירא, הרב יעקב יוסף, זון פון דער פריערדיקער ספרד'שער רב הראשי הרב עובדי' יוסף, הרב זלמן נחמי' גולדברג, און די גאנצע ועד הלכה פון דער משרד רבנות פון ארץ ישראל אין 1986, פסק פון משרד הרבנות וועגן דעם מאמענט פון טויט אין 1986 .

 

הארץ-קלאפן

עס זענען פאראן רבנים וואס טענה'ן אז נאר ווען א מענטשן'ס הארץ הערט אויף קלאפן און עס איז שוין אוממעגלאך דאס צו ענדערן הייסט דאס טויט.  פון א מעדיצינישער שטאנדפונקט, דאס מאכט זייער שווער צו טראנצפלאנטירן גלידער ווייל גלייך ווען די הארץ הערט אויף פאמפען אקסידשינירטע בלוט צו די אנדערע גלידער, הויבן אן די גלידער צו פארערגערן זיך און שטארבן.  די גלידער זענען געוויינלאך ניט פאסיג פאר א טראנספלאנט .

 

וואס דער מערהייט ווייס אבער ניט, איז אז אין געוויסע מצבים איז עס מעגליך פאר א מענטש וועמענס הארץ האט אויפגעהערט קלאפן צו מנדב זיין זיינע נירן אדער לעבער ביז 40 מינוט נאכדעם וואס די הארץ האט אויפגעהערט קלאפן.  (די נירן און לעבער ווערן ניט אזוי שנעל געשעדיקט פון ניט האבן אקסידשין ווי אנדערע גלידער.)  דער פארצווייגן איז גאר א גרויסער ווייל פון די אכציג טויזענד אמעריקאנער וואס ווארטן פאר גלידער זיינען פאראן פופציק טויזענד וואס ווארטן פאר נירן.

 

די רבנים וואס האלטן אז א מענטש איז נאך לעבעדיק ווי לאנג דאס הארץ קלאפט זענען הרב שלמה אליאשוו, הרב אלעזר שך, הרב י.ד.  בלייך, הרב מרדכי וויליג, הרב הירשל שעכטער, הרב דר.  אברהם אברהם (מחבר פון נשמת אברהם), הרב אהרן סאלאווייטשיק, הרב אליעזר וואלדנבורג (מחבר פון ציץ אליעזר), הרב יצחק ווייס, הרב ניסן קרליץ, הרב שמואל וואזנער, הרב יצחק קוליץ, הרב נתן גסטטנר, הרב אהרן קאהן, און הרב מאיר שיינבורג .

 

לויט הרב י.ד. בלייך און הרב הירשל שעכטער, אפילו א קערפער וואס דער קאפ איז אראפגעשניטן געווארן און מען האט צוריק אויפגענייט די ארטעריס און די אדערן ביים האלדז, וועמענס הארץ קלאפט נאך, הייסט נאך אלץ לעבעדיק .

 

דאס באשטימען וואס הייסט דעם מאמענט פון טויט איז דער עיקר הלכה'דיקער מחלוקת וואס רירט ארט אן דער נדבה פון גלידער.  עס זענען פאראן מער אינפארמאציע אין דעם חלק פון "ארטיקלען" .

 

דער גליד נדבה קארטל פון הוד סאסיאטי איז איינציק ווייל עס ערלויבט די מנדבים צו אויסקלייבן צו מנדב זיין זייערע גלידער ווען דער מוח-סטעם איז טויט אדער נאך דעם וואס די הארץ שטעלט זיך אפ .

 

דער הוד סאסיאטי לייגט פאר אז איר זאלט זיך מיישב מיט אייער רב ווי צו באשליסן וואס פאר א גליד נדבן איר זאלט ווערן .

 

באקומען גלידער

רבנים וואס האלטן ניט פון דער טויט פון מוח-סטעם ערלויבן זייערע קהילות צו באקומען הארץ און לונג טראנספלאנטן.  דאס איז מיוסד אויף דעם טעות'דיקן פארשטאנד אז די גלידער זענען סיי ווי "הארוועסטעד'' - גענומען פון טויטן - וויבאלד אז דער געוויינלעכע מעדיצינישער קראטיריע איז טויט פון מוח-סטעם.  אבער, בא דעם סעמינאר פון הוד סאסיאטי אין נאוועמבער 2006 אין דעם אלבערט איינשטיין מעדיקאל סקול, עטלעכע טראנספלאנט קא'ארדינאטורס (איינשליסינדיק איליין בורג און ליזא סימור פון ניו יארק ארגאן דאנאר נעטווערק) האבן געזאגט אז גלידער זענען ארויסגענומען נאר אויב עס געפינט זיך א מעדיצינישע צוגעפאסטקייט צווישן דער מנדב און דער מקבל.  אויב עס איז ניטא קיין צוגעפאסטע, ווערן די גלידער ניט ארויסגענומען .

 

באוויסנדיק זיך וועגן דער דאזיקער אינפארמאציע, האט הרב צבי פלאם אנגעוויזן אין זיין פארשטעלונג ביים סמינר אז עס איז פראבלעמאטיש פאר אידן צו באקומען קריטישע גלידער אדער אפילו פארשרייבן זיך אויפן "ווייטינג ליסט".  (דער סמינר לעקטשורס קען מען באקומען פון הוד סאסיאטי וועבסייט.)


קארניא נדבה

וויבאלד דער גמרא (נדרים ס"ד ע"ב) ערקלערט אז סומא כמת (א בלינדער מענטש רעכנט זיך ווי א געשטארבענער מענטש), האבן הרב ישראל אונטערמאן, אמאליקער רב הראשי פון ארץ ישראל, און אנדערע רבנים גע'פסק'נט אז ראטעווען איימיצן פון בלינדקייט איז פונקט ווי איינער ראטעוועט איימיצן פון א לעבנס געפאר קראנקייט.  דערפאר האט הרב אונטערמאן גע'פסק'נט אז מנדב זיין קארניאס צו ערמעגליכן א מענטש צו זען איז על פי הלכה גערעכנט ווי ראטעווען א לעבן.  נאך דערצו, דער ארום פון א בלינדער מענטש איז סכנה'דיק און מעגליך צו גורם זיין טויט.  עס זענען געווען עטליכע שטודירונגען וואס האבן פארשריבן דעם פארבינדונג צווישן בלינדקייט און פריצייטיג שטארבן (שטודירונג 1, שטודירונג 2)


מנדב זיין צו ניט-אידן

 

"מעגן אידן מנדב זיין גלידער צו ראטעווען ניט-אידן ?"

עס איז וויכטיג פאר דער מענטש צו געבן זיך צו פארשטייען צו ער פרעגט דעם פראגע וואס זאגט הלכה ווייל דאס איז צוליב טעמים וועגן נאסיאנאליזם ("אלע אראבער זענען אונזערע שונאים") אדער צוליב פשוט'ע "רייסיזם".  אויב די שאלות שטאמען זיך ניט פון הלכה ענינים, יעמאלט זאל מען ניט באהאלטן זיך הינטערן קלייד פון הלכה און זאגן אז הלכה אסר'ט מנדב זיין גלידער צו ניט-אידן.  "נוצט נישט דער תורה ווי א לאפעטע צו גראבן."

 

  1. צלם אלקים

פון דער אויבן-דערמאנטען שאלה קען מען טראכטן אז דער תורה האלט אז מען מעג ראטעווען דאס לעבן פון א אידן אבער צו ראטעווען דאס לעבן פון א ניט-איד איז פארבאטן.  אין אנדערע ווערטער, דער פראגע-פרעגער וויל זאגן אז דער תורה רעכנט דאס לעבן פון א ניט-אידן ווינציקער ווערט ווי דאס לעבן פון א אידן.  אבער, וועגן דעם קען מען זיך דינגען ווייל דער תורה זאגט "יעדער מענטש איז באשאפן געווארן בצלם אלקים".  ווייל אידנטום גלויבט אז יעדער מענטש איז באשאפן געווארן בצלם אלקים, קומט אויס אז מנדב זיין א גליד צו א ניט-אידן באשטעטיקט מען אז יענער מענטש האט דער מעגליכקייט צו גיין אין דער וועג פון דער אויבערשטער: אברם, דער פאטער פון אידנטום, איז ניט געווען א איד פאר דעם וואס ער איז געווארן אברהם.

 

 

  1. אנדערע מיינונגען על פי הלכה וואס הייסט א ניט-אידן

עס איז אמת אז אין געוויסע פאלן מאכט דער גמרא א חילוק צווישן א איד און א ניט-אידן וועגן ערלויבן איינער צו עובר זיין א מצוה צו ראטעווען א לעבן.  עס זענען פאראן רבנים וואס האלטן, אבער, אז אפילו אז דער הלכה פון 2000 יאר צוריק האט געמאכט אן אונטערשייד צווישן איד און ניט-איד איז דאס געווען ווייל דער ניט-איד פון אמאל איז געווען א היידע-"פייגען", געצן-דינער וואס האט מקריב געווען זיינע קינדער צום פייער געטשקע, מולך.  דער ניט-איד פון היינט, זיכער ניט דער מאנאטעאסטישע ניט-איד, זיינען ניט אין אזא קאטעגאריע.

 

אפילו אז איינער נעמט אן דער הלכה וואס מאכט אן אונטערשייד צווישן איד און ניט-איד, זעט אויס אז עס זענען פאראן עטלעכע אנדערע פאקטארס וואס צווינגען א איד צו מנדב זיין גלידער צו א ניט-איד, אזוי ווי איבה.

 

  1. פיינדשאפט - איבה

אין גמרא שטייט אז כאטש איינער קען טראכטן אז עס איז פארבאטן צו עובר זיין די דינים פון תורה, אזוי ווי הלכות שבת, צו ראטעווען דאס לעבן פון א ניט-איד, דארפן מיר דאס טאן צו באווארענען אז דער ניט-טאן קען דאך בריינגען פיינדשאפט צווישן ניט-אידן און אידן.  דעם זעלבן חשבון, זעט זיך אויס, שפילט א ראלע דא.

 

הרב משה פיינשטיין האט געשריבן אין אגרת משה אז אידישע דאקטוירים זאלן מחלל שבת זיין צו ראטעווען דאס לעבן פון א ניט-איד צו פארמיידן פיינדשאפט - דאס פשוט'ע מיינונג, א פילונג פון פיינדלעכקייט, דאס ערגסטע מיינונג - האס.

 

דער קראון הייטס אומרוען אין ניו יארק אין 1991 איז אזא ביישפיל.  איינע פון די זאכן וואס האט צוהיצט דער שכונה אין ברוקלין איז געווען דאס וואס דער אידישע אמבולאנס, הצלה, איז געקומען צו אן ארט פון א קאר עקסידענט און גענומען דאס אידישע דרייווער צום שפיטאל און ניט דעם אפריקאן-אמעריקאן קינד.  כאטש עס איז ניט געווען קיין ענין וועגן "רייסיזם" אדער רעליגיעזע מאטיוו - די פאליציי האבן אנגעזאגט הצלה צו אזוי טאן ווייל דער אפריקאן-אמעריקאן אינגל איז שוין געווען געמאלדן ווי טויט און דער דרייווער איז געווען צוקלאפט - עס האט אויסגעזען אז דער אידישע אמבולאנס טעקנישאנס האבן געצויגן מער צום אידישן דרייווער.  דאס אומרוענגען צווישן אפריקאן-אמעריקאנער און אידן האבן געדויערט פאר דריי טעג און דריי נעכט, און עטלעכע אידן זענען געווען נאכגעיאגט און געשלאגן.  יאנקל ראזענבוים, א חסידישער איד, איז געווארן געשטאכן און גע'הרג'עט.

 

פיינדשאפט, צי צוליב רעליגיעזע גינסטיגן אדער אז עס קוקט אויס אזוי, איז שטארק שייך היינטיקן צייטן.

 

עס איז פאראן אסאך געשריבענע באווייזונגען אין די טראנספלאנט סענטערס ווי דאס מעדיקאל גרידונג איז אין כעס וואס אידן זענען ניט מנדב גלידער אבער שטעלן זיך צו צו באקומען גלידער.  נאך א מאל, דאס שכל על פי הלכה לייגט פאר אז אידן זאלן מנדב זיין גלידער ניט נאר צו אידן נאר אויך צו ניט-אידן, צו פארמיידן פיינדשאפט.

 

  1. דער מקבל פון גליד קען זיין א איד

(דעם פאלגענדע חשבון איז געגרינדעט אויף דעם אלטן געדאנק אז איינער זאל מאכן אן אונטערשייד צווישן א געצן-דינער און א איד.) לפי דאס געזעץ אין די יו.עס.  און ארץ ישראל טאר דער משפחה פון א גליד-נדבן ניט וויסן דער רעליגיע פון דעם מקבל.  עס קען אויסקומען אז דער מקבל איז א איד.

 

דער גמרא אין מסכת יומא זאגט קלאר אז ווען עס קומט צו ראטעווען לעבן גייט מען ניט נאך דאס רוב.  אויפן ערשטן בליק קען מען זאגן אז אפילו אויב מערסטנס פון די 85,000 אמעריקאנער וואס ווארטן פאר גלידער זענען ניט-אידן, מיר נעמען ניט אויף זיך א חזקה אז דער מקבל איז א ניט-איד.  אפילו אויב עס איז פאראן א קליינע טייל פון איין פערסענט מעגלעכקייט אז מען קען ראטעווען א [אידישע] לעבן, זאל איינער עובר זיין אויף 610 מצוות פון דער תורה (פון 613).

 

  1. יעדער געבונג פון א גליד בריינגט א איד נענטער צו זיין דער ערשטער אויפן ליסט

אפילו אויב אלע אכט קריטישע גלידער זענען געגעבן געווארן צו אכט ניט-אידן, וויבאלד די מקבלים זענען שוין אראפ פון ליסט, בריינגט עס דעם אידן וואס איז אויפן ליסט העכער אויפן ליסט וואו ער אדער זי האט דאס מעגליכקייט צו זיין צוגעפאסט מיט א גליד וואס קען ראטעווען זיין אדער איר לעבן.

א נאציאנאליסטישע אויסקוק

דער שאלה וועגן מנדב זיין גלידער צו ניט-אידן איז אפט מאל געפרעגט געווארן אין ארץ ישראל וואו פאטענסיעלע מקבלים זענען ישראל'יקע אראבער, וואס זענען גערעכנט געווארן ביי געוויסע ישראלים ווי 'דער פיינט'.  (עס דארף געזאגט ווערן אז ארץ ישראל איז ניט פאראנטווארטליך פאר גלידער נדבות וואס זענען געגעבן צו די פאליסטינים.  ארץ ישראל'דיקע גלידער גייען נאר צו בירגער פון ארץ ישראל, סיי אידן, מוזלימס אדער קריסטן.)

 

              אראבער מנדבים - אסאך אראבער זענען מנדב גלידער וואס ראטעווען אסאך אידישע לעבן.  אויב דיסקרימינאצע וואלט געווען ערלויבט, אידישע מקבלים וואלטן געליטן.

 

              גערעכטיקייט - קלערט איבער דעם אויבערשטן'ס ענטפער צום מלאך אין דעם מעשה מיט ישמעאל (בראשית, וירא).  רש"י שרייבט אז די מלאכים האבן געבעטן ביים אויבערשטן צו לאזן דער אינגל ישמעאל שטארבן פון דארשט אין דעם מדבר ווייל זיינע קינדער וועלן הרג'ענען אידן אין דעם צוקונפט.  רש"י ציטירט דעם גמרא (ראש השנה, ט"ז ע"ב) אז דאס אינגל דארף זיין גע'משפט פאר דאס וואס ער איז יעצט, און ניט וואס ער, אדער זיינע קינדער וכו', וועלן טאן אין דעם צוקונפט.

 

              דער "גוטער ווילען "- עס קען ניט זיין קיין בעסערע וועג צו בויען בריקן צווישן אראבער און אידן דען צו האבן יעדער איינער מנדב זיין גלידער צו ראטעווען מענטשן.

 


עין הרע

 

עס זענען פאראן מענטשן וואס גלויבן אז חתמ'ענען דעם 'דאנאר קארטל' לאדט איין 'דער עין הרע' צו דער וואס האלט דעם קארטל צו גורם זיין אז עס זאל צוו עס טרעפן א טויט אומגליק.  דאס איז ניט צו באגלויבן, עס איז אפגעשלאגן מיט דעם וואס עס זענען פאראן מיליאנען האלטער פון 'דאנאר קארטלען' איבער דער וועלט וואס זענען לעבעדיק און פראספערירן.

 

דער עין הרע אין אידישע ליטעראטור קען מען פארשטייען צו מרמז זיין צו דעם באגריף פון קנאה.  טו קיין זאך וואס קען מאכן אנדערע מענטשן דיר צו מקנא זיין (ד.ה.  צו קוקן אויף דיר מיט א שלעכטן אויג) און דאס קען אפשר אפטאן שאדן.  דאס זעלבער אויסשפראך איז געזאגט געווארן אין אידישן ליטעראטור ווען מען איז פארלאנגט צו געבן צדקה מיט אן עין טובה (מיט א ברייטקייט) און ניט מיט אן עין הרע (האבן פאראיבל).

 

אויב עס געוואלט געווען אמת אז אן איבערנאטירלעכע קראפט אדער עין הרע וואלט געשאט א מענטש פאר חתמ'ענען אן ארגאן דאנאר קארד, וואלט יענער אויך געדארפט צוריקהאלטן פון קויפן העלטה אינשורונס, קאר אינשורונס, פייער אינשורונס, גנבה אינשורונס און מבול אינשורונס.  דאס זעלבע פרינציפ וואלט געווען שייך.


גוסס

 

גוסס איז א מצב אין אידישע הלכה באשריבן געווארן וועגן א מענטש וואס איז טויטלעך קראנק, און וועט מסתמא שטארבן במשך דריי טעג.  דער הלכה איז אז א גוסס טאר מען ניט אנרירן טאמער וועט דער פלוצלינגער רוקן צואיילן דעם טויט פון דער מענטש.  דער משל וואס מען גיט אויף דעם איז אז א גוסס איז ענדליך צו א ליכט וואס האלט אט אט ביי אויסלעשן זיך און יעדער קליינער באוועגונג קען אויסלעשן דאס לעצטן פונק פון לעבן.  דאקטוירים קענען וויסן וועגן דעם טויט פון מוח-סטעם אן רוקן דעם מענטש און אן גורם זיין קיין טראמאטישע שאדן וואס וואלט צוגעאיילט דאס שטארבן און עובר זיין אויפן איסור וועגן א גוסס.

די רפואה געבערס קענען באנוצן לרעה

עס זענען פאראן מענטשן וואס גלויבן אז אויב די דאקטוירים ווייסן אז איינער האט א דאנאר קארד וועלן זיי פריצייטיק באשטימען אז איינער איז טויט כדי צו קענען הארוועסטן - ארויסנעמען - זיינע גלידער.  ערשטנס, עס איז שווער צו גלויבן אז א דאקטער אין גוטן "קאנשינס" וואלט גע'הרג'ט איינער כדי צו ראטעווען א צווייטן.  דאס איז ניט "עטיקול"-ניט אויסגעהאלטן.  עס איז אויך ניט לעגאל און וועט צוברענגען דעם דאקטער און דער שפיטאל צו קרימינאל און "סיוול" פאראנטווארטלעכקייט.  צווייטנס, מערסטנס פון די שפיטאלן האבן א פראטאקול וואס מאנט אן אפשאצונג פון א באזונדער מעדיקאל גרופע - א גרופע וואס האט ניט צו טאן מיט דאס אכטונג פון קראנקען און ווייס ניט וועגן דעם צושטאנד פון קראנקן אלץ נדבן - צו באשטימען צי ער אדער זי איז באמת טויט פון מוח-סטעם.


 

איז מנדב זיין א גליד א מצוה (א גוטע טואונג און א חיוב) ?

אזוי ווי דער מערהייט פון שאלות אין הלכה, עס ווענדט זיך ביי וועמען מען פרעגט.  דעם דאזיקן וועבסייט פארנעמט זיך ניט מיט פסק'ענען וועגן גלידער נדבות, נאר צו מחנך זיין די מענטשן וועגן עטלעכע פארשידענע מעדיצינישע און הלכה ענינים וועגן גלידער נדבות.

 

עס איז זייער קלאר אין הלכה אז פיקוח נפש איז גאר וויכטיק און הערשט אנטקעגן כמעט יעדער מצות לא תעשה און מצות עשה אין אידישקייט (אויסער הרג'ענען, גילוי עריות און עבודה זרה).

 

עס זענען פאראן דריי מצוות לא תעשה וואס האבן צו טאן מיט א טויטן קערפער וואס, אויפן ערשטן קוק, וואלטן אויסגעזען אז גלידער נדבות זענען פארבאטן.  זיי זענען:

 

              ניבול המת, א מצוה לא תעשה וואס פארבאט ניט-באדארפטע צעקאליעטשן פון א טויטן קערפער.  דער מצות לא תעשה איז אויך פארוואס אוטופסיס זענען בכלל פארבאטן.  אבער הלכה ערלויבט אוטופסיס ווען דאס אויסקום פון אט דער דאזיקע אוטופסי האט אן אמת'ע און גלייכצייטיקע מעגלעכקייט צו ראטעווען א לעבן (הרב יחזקאל לאנדאו, דער אמאליקער הויפט רב פון פראג, אין זיין ספר נודה ביהודה).  דאס מערהייט פון רבנים זענען מסכים אז פיקוח נפש, ראטעווען א לעבן, איז מער וויכטיק און הערשט אנטקעגן דעם לא תעשה פון ניבול המת.  טראנספלאנט פון גלידער ראטעוועט דעם לעבן.

 

              הלנת המת, דברים כ"א, כ"ג, א מצות לא תעשה וואס פארבאט פארשפעטיקן דער קבורה פון א קערפער.  אלע רבנים זענען מסכים אז פיקוח נפש, ראטעווען א לעבן, איז מער וויכטיק ווי דאס צואיילן פון קבורה.  טראנספלאנט פון גלידער ראטעוועט דעם לעבן.

 

              הנהנה מן המת, עס איז פאראן אן איסור (עס איז פאראן די וואס זאגן מדאורייתא און אנדערע זאגן מדרבנן) וואס פארבאט איינער צו באקומען קיין שום הנאה פון א טויטן קערפער, אזוי ווי פארקויפן עס פאר מעדיצינישע פארשונג.  אלע רבנים זענען מסכים אז פיקוח נפש, ראטעווען א לעבן, איז מער וויכטיק פון אט דער דאזיקער איסור.  טראנספלאנט פון גלידער ראטעוועט דעם לעבן.

 

די אויבנדערמאנטע פארבאטן פאדערן דרך ארץ און כבוד צום טויטן קערפער וואס האבן אמאל געהאט לעבן.  אין דעם פאל פון טראנספלאנט, דער שכל זאגט אז אלע רבנים זענען מסכים אז ראטעווען א לעבן וועגט איבער דאס אפהיטן די פארבאטן לגבי א טויטן קערפער ווייל מיט ראטעווען א לעבן גיט מען דאס מערסטע דרך ארץ און כבוד צו א מענטשן'ס קערפער.  אזוי ווי עס איז געשריבן אין שלחן ערוך, "ראטעוועט איין לעבן און עס איז אזוי ווי איר האט געראטעוועט דאס גאנצע וועלט", סנהדרין פ"ד מ"ה

 

Pikuach Nefesh Overrides Most Commandments


ארץ ישראל

 

כאטש אפילו אז דער משרד הרבנות פון ארץ ישראל האט גע'פסק'נט אז מוח-טויט פאסט צו דער מיינונג פון טויט על פי הלכה, בלייבט א פארשפרייטע גלויבונג אין ארץ ישראל אז הלכה זיכער פארבאט גלידער-נדבה.  אפילו דאס וואס מערסטנס פון די ארץ ישראל'דיקע אידן זענען ניט פרום, ווען עס קומט צו ענינים פון טויט טוען זיי אדאפטירן א מער 'פרומער' אויסקוק און זענען ניט מנדב גלידער.

 

צוליב דעם האבן אידן דאס קלענסטע פראצענט פון אלע אנדער עטנישע גרופעס איבער דער וועלט וואס חתמ'ענען ארגאן-דאנאר קארטלאך.  אין דער צייט ווען מערסטן פון די מעריב'דיקע לענדער באקומען ארגאן-דאנאר מעמבערשיפ ביז צו 30% פון זייער באפעלקערונג, ארץ ישראל - וואס רעכנט זיך פאר א אידישע לאנד - האט נאר 3%.  ארץ ישראל איז ניט לאנג צוריק ארויסגעשיקט געווארען פון די יוראפייעשן יוניאן ארגאן דאנאר נעטווורק ווייל, יאר נאך א יאר, זיי האבן אנגענומען גלידער אבער ניט מנדב געווען.

 

עס דארף ניט זיין קיין טויט אין ארץ ישראל צוליב ניט האבן קיין טראנספלאנט גלידער.  אין 2001, זענען געווען 200 מענטשן אין ארץ ישראל וואס האבן געשטארבן צוליב דעם וואס עס איז ניט געווען פאר זיי די פאראנענקייט פון גלידער מנדבים.  קיין איינער ניט פון די טויטע מוח-סטעם קראנקע האבן גע'חתמ'עט דאנאר קארטלעך.  פונדעסטוועגן איז צו יעדער פון די משפחות געקומען די טראנספלאנט קאארדינייטארס און געפרעגט צו מנדב זיין גלידער.  70 משפחות פון די 200 האבן מסכים געווען צו מנדב זיין.  (דאס 35% וואס האבן אנגענומען איז אויך די ווינציקסטע אין דער וועלט.) דאס מיינט אז 130 מענטשן זענען באגראבן געווארן מיט גאנצע גוטע גלידער צו מנדב זיין.  דער טראגעדיע איז אז אין דעם זעלביקן יאר, 114 ארץ ישראל'דיקע האבן געשטארבן ווארטנדיק פאר גלידער וואס זענען קיינמאל ניט אנגעקומען.  די 130 פאסיקע מנדבים האבן זייער גרינג געקענט מנדב זיין זייערע גלידער צו די 114 מענטשן, און נאך אנדערע, אבער זיי האבן נישט.

 

 


Other Religions


Most other religions either support organ donation or consider it to be an individual choice.  Below is a sampling of the views of other religions on organ donation.

Ame & Ame Zion (African Methodist Episcopal)
Organ and tissue donation is viewed as an act of neighborly love and charity by these denominations. They encourage all members to support donation as a way of helping others.

Amish
Approved if there is a definite indication that the health of the recipient would improve, but reluctant if the outcome is questionable.

Baptist
Donation is supported as an act of charity and the church leaves the decision to donate up to the individual.

Buddhism
Donation is a matter of conscience.

Catholicism
Transplants are acceptable to the Vatican and donation is encouraged as an act of charity. Here is a link to an address by Pope John Paul II to the 18th International Congress of the Transplantation Society.

Christian Science
No position; decision about donation is left to the individual.

Episcopal
The Episcopal Church passed a resolution in 1982 that recognizes the life-giving benefits of organ, blood, and tissue donation. All Christians are encouraged to become organ, blood, and tissue donors "as part of their ministry to others in the name of Christ, who gave his life that we may have life in its fullness."

Greek Orthodox
No objection to procedures that contribute to restoration of health, but donation of the entire body for experimentation or research is not consistent with tradition.

Hinduism
Donation of organs is an individual decision.

Independent Conservative Evangelical
Generally, Evangelicals have no opposition on organ and tissue donation. Each church is autonomous and leaves the decision to donate up to the individual.

Islam
The religion of Islam strongly believes in the principle of saving human lives. According to A. Sachedina in his Transplantation Proceedings article, Islamic Views on Organ Transplantation, "The majority of Muslim scholars belonging to various schools of Islamic law have invoked the principle of priority of saving human life and have permitted the organ transplant as a necessity to procure that noble end."

Lutheran
In 1984, the Lutheran Church in America passed a resolution stating that donation contributes to the well-being of humanity and can be "an expression of sacrificial love for a neighbor in need." They call on "members to consider donating organs and to make any necessary family and legal arrangements, including the use of a signed donor card."

Mennonite
Mennonites have no formal position on donation, but are not opposed to it. They believe the decision to donate is up to the individual and his or her family.

Mormon
The Morman Church believes that the decision to donate is an individual one made in conjunction with family, medical personnel, and prayer. They do not oppose donation.

Pentecostal
Pentecostals believe that the decision to donate should be left up to the individual.

Presbyterian
Presbyterians encourage and support donation. They respect a person’s right to make decisions regarding their own body.

Protestantism
Encourages and endorses organ donation.

Quaker
Donation of transplant organs is an individual decision.

Seventh-Day Adventist
Donation and transplantation are strongly encouraged by Seventh-day Adventists. They have many transplant hospitals, including Loma Linda in California. Loma Linda specializes in pediatric heart transplantation.

Shinto
In Shinto, the dead body is considered to be impure and dangerous, and thus quite powerful. "In folk belief context, injuring a dead body is a serious crime. . .", according to E. Narnihira in his article, "Shinto Concept Concerning the Dead Human Body." "To this day it is difficult to obtain consent from bereaved families for organ donation or dissection for medical education or pathological anatomy . . . the Japanese regard them all in the sense of injuring a dead body." Families are concerned that they not injure the "itai" -- the relationship between the dead person and the bereaved.

Society of Friends (Quakers)
Organ and tissue donation is believed to be an individual decision. The Society of Friends does not have an official position on donation.

Unitarian Universalist

Organ and tissue donation is widely supported by Unitarian Universalists. They view it as an act of love and selfless giving.

United Methodist
The United Methodist Church issued a policy statement in regards to organ and tissue donation. In it, they state "The United Methodist Church recognizes the life-giving benefits of organ and tissue transplant."


Paying for Organs

באצאלן פאר ארגאנען

רוב לענדער פארבאטן דאס קויפן און פארקויפן פון מענטשליכע ארגאנען (חוץ כינע, איראן, און די פיליפינען.) די יונייטעד סטייטס האט אין 1984 איינגעפירט די נאציאנאלע ארגאן טראנספלאנט אקט

(NOTA)

וועלכע מאכט האנדלען מיט מענטשליכע ארגאנען א פעדעראלע פארברעכעניש מיט א שטראף פון 50,000$ און/אדער 5 יאר טורמע.  צוליב דעם טוט הוד נישט קויפן אדער פארקויפן, אדער נעמען אנטייל אין העלפן דאס קויפן אדער פארקויפן, פון מענטשליכע ארגאנען.  כאטש דאס איז אומלעגאל, זענען שוין געווען מערערע דעבאטעס צו דאס איז אוממאראליש אדער נישט.  ארטיקלען איבער ביידע זייטן פון דער דעבאטע קען מען טרעפן אויף אונזער וועבסייט ביי ארטיקלען און פרעסע.ארטיקלען און פרעסע.


תחיית המתים

דער גלויבן איז אז א מענטש מוז באגראבן ווערן גאנצערהייט מיט אלע ארגאנען כדי זוכה צו זיין צו תחיית המתים האט נישט קיין שום יסוד אין די אלטע אידישע מקורות.  דער פאקט איז אז ביים שטארבן טוען אלע ארגאנען, טישיוס, און מוסקלען הויבן אן שנעל צו פארנאנדערפאלן און פארנאנדערגעהן.  אלע ארגאנישע מאטעריאלן צופאלן דורך מייקרא-ארגאניזמס.  אין ספר יחזקאל (פרק ל"ז) ווערט געבראכט דער דערציילונג פון תחיית המתים פון די עצמות יבשות וויבאלד אז נאר טרוקענע ביינער זיינען געבליבן.  סוף כל סוף, אפילו די ביינער פארנאנדערפאלן.

 

דער פאקט איז אז אלטע אידישע מקורות באשטעטיגן אז ארארגאנען פאלן פארנאנדער.  אין דער משנה און גמרא ווערט געבראכט אז דער קערפער פון טויטע פאמיליע מטגלידער זענען געלייגט געווארן אין ספעציעלע לעכער אין די ווענט פון די הייל פון די פאמיליעס באגראבונגס ארט.  נאך אפאר חדשים, ווען די ארגאנען צעפאלן זיך, האט מען געלייגט די ביינער אין א גרוב אין דער הייל וואו מען האט געהאלטן אלע ביינער פון די פריערדיגע דורות, און דאס איז דער פשט אויף וואס דער תורה זאגט "ויאסף אל עמיו."


.

 

                                                         Caves/  Bones
                                                                        Click on photos to enlarge



                               cave  cave  cave  cave  bones

                                                                          Photos Courtesy of Israel Antiquities Authority


                                            
אבער אין דער צייט פון צווייטן בית המקדש האבן די אידן געמאכט "ליקוט עצמות" - זיי האבן צוזאמען גענומען אלע ביינער פון די ספעציעלע לעכער אין די היילן און זיי אריינגעלייגט אין ספעציעלע קאסטנס פון שטיינער.  אסאך מאל האבן זיי אפילו אויסגעקריצט די נעמען פון די פאמיליע מיטגלידער אויפן קאסטן.

 
 

    Ossuaries
    Click on photos to enlarge
            
    ossuary  ossuary  ossuary  ossuary 

    ossuary  bones  ossuary  ossuary


    bones
      cave  bones  ossuary

                                                                  Photos Courtesy of Israel Antiquities Authority


רבי אלעזר בן צדוק האט באשריבן ווי אזוי ער האט ערליך ערפילט זיין טאטנ'ס אנווייזונגען צו צוזאמען נעמען זיינע ביינער און זיי אריינלייגן אינעם ספעציעלן קאסטן.  ער האט ארויסגעזאגט זיין צופרידנקייט אין ממשיך זיין דעם דור דורות'דיקן מנהג: "פונקט אזוי ווי ער האט זיך פארנומען מיט זיין פאטער אזוי האב איך זיך פארנומען מיט אים".  טויזנטער קאסטנס און פאמיליע קברים-היילן וואס אנטהאלטן מענטשליכע ביינער זענען געפונען געווארן איבער גאנץ ארץ ישראל, אריינגערעכנט די ביינער פון א כהן גדול וואס האט גע'ארבעט אין בית המקדש.

 

אלע ארגאנען פארנאנדערפאלן.  עס ווערט געבראכט, לויט איין נוסח אין בראשית רבה פרשת נח, אז תחיית המתים איז געווענדעט אין איין ביין פון דער שדרה וואס ווערט אנגערופן דער לוז-ביין (אנדערע זאגן אז עס קען זיין דער לעצטער פון די רוקנביינער, באקאנט אלס דער coccyx ).  אויב דער באשעפער – וועלכער איז א כל-יכול – איז מחליט צו מחייה מתים זיין איינעם, קען ער עס טון אן קיין נפקא מינה אינעם מצב פונעם קערפער.

 

(מקורות: משנה מועד קטן פ"א משנה ה'; משנה אהלות פ"ט משנה ט"ו; משנה סנהדרין פ"ו משנה ו'; גמרא פסחים צב א.; גמרא זבחים ק, ב; גמרא מועד קטן ח, א; משנה בבא בתרא פ"ו משנה ח'; מסכת שמחות פ' י"ב משניות ו,ז,ח,ט, וכו' )


 
 


Should I Donate?
If you or someone you know has questions about the moral, medical or halachic issues surrounding organ donation, consult with a Rabbi who has halachic knowledge as it relates to death and medicine, and medical knowledge in his own right. Having doubts and questions should not become a cause for paralysis or procrastination.


Who's Who ?

Nancy Cruzan was a prominent figure in the right-to-die movement. After years of being in a Persistent Vegetative State as result of an auto accident, her family fought to have her feeding tube removed. The family’s request to remove the feeding tube was eventually granted, and Nancy died 11 days after the tube was removed.

Alisa Flatow was a 19 year-old American student living in Israel where she was killed in a terrorist attack in 1995. She was one of the first high profile cases where an Orthodox Jewish family agreed to donate organs. Some of her organs went to Israeli Arabs.

Rabbi Isser Yehuda Unterman was the Chief Rabbi of Israel (1964 to 1973). He supported organ donation and ruled that donating a cornea to a blind person was considered as if one was saving the blind person from a life-threatening disease. He based his ruling on the Talmud Nedarim 63b which says a blind person is akin to a dead person (suma kamet.)

Rav Moshe Feinstein's writing on the issue of brain-stem death has been under debate on account of different interpretations.However, all witnesses who spoke with Rabbi Moshe Feinstein on this issue testified that they personally heard him tell them that brain-stem death is halachic death and organs should be donated at that point. Seven of these witnesses included Rabbi Dovid Feinstein (his son), Rabbi Moshe Tendler (his son-in-law), Rabbi Mordechai Tendler (his grandson), Rabbi Shabtai Rappaport (his grandson), Dr Ira Greifer (Nephrologist and former medical director of the National Kidney Foundation in New York and a professor of medicine at Albert Einstein College of Medicine in the Bronx),  Dr. Sam Koontz (Vascular surgeon in San Francisco) and Dr. Frank Veith (vascular surgeon at Montefoire Hospital.)

Rabbi Dovid Feinstein, son of the late Rav Moshe Feinstein, is the Rosh Yeshiva (dean) of the Mesivtha Tifereth Jerusalem, a  yeshiva elementary, high school and kollel. He inherited the position after the passing of his father in 1986. He testified that he heard that his father say that a beating heart is not a sign of life. If a person is unconscious and has irreversible cessation of respiration, that person is dead and all life-saving organs, including the heart, should be donated.

Rabbi Moshe Tendler is a senior Rosh Yeshiva at Yeshiva University's RIETS    and the Rabbi Isaac and Bella Tendler Professor of Jewish Medical Ethics and Professor of Biology at Yeshiva College. He has a Ph.D. in Microbiology and is one of the world's leading experts on Halacha (Jewish law) and Jewish medical ethics. He accepts brain-stem death as halachic death and has been a staunch supporter of organ donation together with his father-in-law, Rav Moshe Feinstein.

 

Rabbi Shabtai Rappaport was an amanuensis for Rav Moshe Feinstein recording many of his responsa in support of organ donation and acceptance of brain death.

 

 

Rabbi Dr. Avraham Steinberg is a pediatric neurologist at Shaarei Zedek hospital in Jerusalem and a recipient of the Israel Prize for writing his magnum opus, "The Encyclopedia of Halacha and Medicine." Rabbi Steinberg accepts brain-stem as death and supports organ donation. He led the Chief Rabbinates medical committee in 1986 when they unanimously accepted brain-stem death as halachic death and supported organ donation.

 

Terri Schiavo suffered severe trauma to her brain after cardiac and respiratory arrest in 1990. She entered in to a Persisten Vegetative State. In 1998, her husband and guardian, saying she would not want to be kept alive in such condition, petitioned the courts to have her feeding tube removed. After a long legal battle, the tube was removed on March 18, 2005. She died 13 days later.

Rabbi Yechezkel Landau lived in 18th-century Prague: His ruling in the Noda Biyhudah (Volume II, Yoreh Deah 210) ruled that Jews can allow autopsies to be done if the information learned might save the life of someone in immediate danger (but not for the purpose of gleaning general medical knowledge that might help someone in the future).

Rabbi Yehuda Meshi Zahav is the founder and chairman of the Israeli organization, Zaka (Disaster Victim Identification). Zaka is an organization which deals with collecting body parts in the aftermath of an accident or terrorist attack, in order to maintain the respect of the dead. He carries an organ donor card and accepts brain-stem death as death.

 

Rabbi Dovid Shloush is the chief rabbi of Netanya. He was part of the Chief Rabbinate Medical Committee in 1986 that ruled that brain-stem death was Halachic death and organs should be donated.

 

 

Rabbi Mordechai Eliyahu was the former Sephardic chief rabbi of Israel in 1986, when the Chief Rabbinate unanimously ruled that brain-stem death was Halachic death and organs should donated.

 

 

Rabbi Binyamin Walfish is the former director of the Rabbinical Council of America. He testified that Rav Yosef Dov Solovetchik told him that he accepted brain-stem death as death.

 

 

Rabbi Gedalia Schwartz Rabbi Gedalia Schwartz

 




Rabbi Avraham Kahane Shapiro

Rabbi Avraham Kahane Shapiro

 

 

 

web by pimento